טשיריבים טשיריבאָם
לחץ לשמיעה 
רעפֿריין: טשיריבים, טשיריבאָם…
לאָמיר זינגען קינדערלעך,
אַ זמרל צוזאַמען.
אַ ניגונדל, אַ פֿריילעכן
מיט ווערטעלעך וואָס גראַמען.
די מאַמע קאָכט אַ לאָקשן זופּ,
מיט קאַשע און מיט קניידלעך.
קומט דער יום־טובֿ פּורים,
וועלן מיר שפּילן זיך אין דריידלעך.
רעפֿריין: טשיריבים, טשיריבאָם…
אַ מאָל איז אונדזער רביניו
געגאַנגען אונטער וועגן,
מיט אַמאָל הייבט אָן צו פֿליוכען,
און גיסן אַ רעגן.
שרייַט דער רבי צו דער כמאַרע
- הער אויף גיסן וואַסער !
זייַנען אַלע חסידים טרוקן אַרויס,
נאָר דער רבי איז אַרויס אַ נאַסער...
רעפֿריין: טשיריבים, טשיריבאָם…
מען זאָגט אַז אין דעם שטעטל כעלעם,
לעבן נאָר נאַראָנים.
אויב מיר זײַנען די קלוגע,
האָבן מיר אַ שיינעם פּנים.
איך הער זיי לאַכן טאָג און נאַכט,
צו-להכעיס די גזלנים,
זאָגט זשע ווער זײַנען נאַריש
און ווער זײַנען די חכמים ?
רעפֿריין: טשיריבים, טשיריבאָם…