שירי עם ביידיש » הוליעט הוליעט.

הוליעט הוליעט.

לחץ לשמיעה  

מלים ומנגינה: מרדכי גבירטיג.
*

שפּילט אײַך, ליבע קינדערלעך,
דער פֿרילינג שוין באַגינט !
אוי, ווי בין איך קינדערלעך,
מקנא אײַך אַצינד.

רעפֿריין:
הוליעט, הוליעט, קינדערלעך,
כּל-זמן איר זענט נאָך יונג.
ווײַל פֿון פֿרילינג ביז צום ווינטער,
איז אַ קאַצנשפּרונג.

שפּילט אײַך, ליבע קינדערלעך,
פֿאַרזוימט קיין אויגנבליק.
נעמט מיך אויך אַרײַן אין שפּיל
פֿאַרגינט מיר אויך דאָס גליק.

רעפֿריין:
הוליעט, הוליעט, קינדערלעך,
כּל-זמן איר זענט נאָך יונג.
ווײַל פֿון פֿרילינג ביז צום ווינטער,
איז אַ קאַצנשפּרונג.

קוקט נישט אויף מײַן גרויען קאָפּ,
צו שטערט עס אײַך אין שפּיל ?
מײַן נשמה איך נאָך יונג,
צוריק מיט יאָרן פֿיל.

מײַן נשמה איך נאָך יונג,
און גייט פֿון בענקשאַפֿט אויס.
אַך, ווי גערן ווילט זיך איר,
פֿון אַלטן גוף אַרויס.

רעפֿריין:
הוליעט, הוליעט, קינדערלעך,
כּל-זמן איר זענט נאָך יונג.
ווײַל פֿון פֿרילינג ביז צום ווינטער,
איז אַ קאַצנשפּרונג.

שפּילט אײַך, ליבע קינדערלעך,
פֿאַרזוימט קיין אויגנבליק.
ווײַל דער פֿרילינג עקט זיך באַלד,
מיט אים דאָס העכסטע גליק.

רעפֿריין:
הוליעט, הוליעט, קינדערלעך,
כּל-זמן איר זענט נאָך יונג.
ווײַל פֿון פֿרילינג ביז צום ווינטער,
איז אַ קאַצנשפּרונג.





האתר נבנה ע"י חמ"ל כינרת