שירי עם ביידיש » דאָס קעלבל (דאָנאַ דאָנאַ)

דאָס קעלבל (דאָנאַ דאָנאַ)

לחץ לשמיעה   

מלים: אהרון צייטלין
מנגינה: שלום סקונדה.
*

אויפֿן פֿורל ליגט אַ קעלבל,
ליגט געבונדן מיט אַ שטריק;
אויפֿן הימל פֿליט אַ שוועלבל,
דרייט און דרייט זיך הין און צוריק.

רעפֿריין :
לאַכט דער ווינט אין קאָרן,
לאַכט און לאַכט און לאַכט,
לאַכט ער אָפּ אַ טאָג אַ גאַנצן
און אַן האַלבע נאַכט.
דאָנאַ דאָנאַ דאָנאַ דאָנאַ…

שרײַט דאָס קעלבל, זאָגט דער פּויער:
- ווער זשע הייסט דיך זייַן אַ קאַלב ?
וואָלסט געקענט דאָך זייַן אַ פֿויגל,
וואָלסט געקענט דאָך זייַן אַ שוואַלב.

רעפֿריין :
לאַכט דער ווינט אין קאָרן,
לאַכט און לאַכט און לאַכט,
לאַכט ער אָפּ אַ טאָג אַ גאַנצן
און אַן האַלבע נאַכט.
דאָנאַ דאָנאַ דאָנאַ דאָנאַ…

בידנע קעלבער טוט מען בינדן
און מען שלעפּט זיי און מען שחט,
דער ווער ס'האָט פֿליגל, פֿליט אַרויפֿצו,
איז בייַ קיינעם ניט קיין קנעכט…

רעפֿריין :
לאַכט דער ווינט אין קאָרן,
לאַכט און לאַכט און לאַכט,
לאַכט ער אָפּ אַ טאָג אַ גאַנצן
און אַן האַלבע נאַכט.
דאָנאַ דאָנאַ דאָנאַ דאָנאַ…

 





האתר נבנה ע"י חמ"ל כינרת