שירי עם ביידיש » אויפֿן פּריפּעטשוק

אויפֿן פּריפּעטשוק

לחץ לשמיעה 

מלים ומנגינה: מארק ווארשבסקי
*

אויפֿן פּריפּעטשוק,
ברענט אַ פֿייַערל,
און אין שטוב איז הייס.
און דער רבי לערנט,
קליינע קינדערלעך
דעם אלף-בית.

רעפֿריין:
זעט זשע, קינדערלעך,
געדענקט זשע, טייַערע,
וואָס איר לערנט דאָ;
זאָגט זשע נאָך אַ מאָל,
און טאַקע נאָך אַ מאָל:
קמץ אלף - אָ !

לערנט, קינדערלעך,
מיט גרויס חשק -
אַזוי זאָג איך אייַך אָן ;
ווער ס´וועט גיכער
פֿון אייַך קענען עבֿרי,
דער באַקומט אַ פֿאָן.


רעפֿריין:
זעט זשע, קינדערלעך,
געדענקט זשע, טייַערע,
וואָס איר לערנט דאָ;
זאָגט זשע נאָך אַ מאָל,
און טאַקע נאָך אַ מאָל :
קמץ אלף - אָ !

לערנט, קינדער, האָט ניט מורא,
יעדער אָנהייב איז שווער;
גליקלעך איז דער,
וואָס האָט געלערנט תּורה –
צו דאַרף דער מענטש נאָך מער ?

איר וועט, קינדערלעך,
עלטער ווערן
וועט איר אַליין פֿאַרשטיין.
וויפֿל אין די אותיות ליגן טרערן,
און ווי פֿיל געוויין.

רעפֿריין:
זעט זשע, קינדערלעך,
געדענקט זשע, טייַערע,
וואָס איר לערנט דאָ ;
זאָגט זשע נאָך אַ מאָל,
און טאַקע נאָך אַ מאָל:
קמץ אלף - אָ !

אַז איר וועט, קינדערלעך,
דעם גלות שלעפּן,
אויסגעמוטשעט זייַן.
זאָלט איר פֿון די אותיות כּוח שעפּן -
קוקט אין זיי אַרייַן !

רעפֿריין:
זעט זשע, קינדערלעך,
געדענקט זשע, טייַערע,
וואָס איר לערנט דאָ;
זאָגט זשע נאָך אַ מאָל,
און טאַקע נאָך אַ מאָל :
קמץ אלף - אָ !


אויפֿן פּריפּעטשוק
ברענט אַ פֿייַערל,
און אין שטוב איז הייס.
און דער רבי לערנט
קליינע קינדערלעך,
דעם אַלף-בית.

 





האתר נבנה ע"י חמ"ל כינרת