פּאַרטיזאַנער ליד / זאָג נישט קיינמאָל.
לחץ לשמיעה 
מלים : הירש גליק .
מנגינה: דן ודמיטרי פֿוקאַרס
*
זאָג נישט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,
כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג ;
ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –
עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זייַנען דאָ!
פֿון גרינעם פּאַלמען - לאַנד ביז לאַנד פֿון ווייַטן שניי,
מיר קומען אָן מיט אונדזער פּייַן, מיט אונדזער וויי.
און וווּ געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט,
ס'וועט אַ שפּראָץ דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט.
ס´וועט די מאָרגן-זון באַגילדן אונדז דעם הייַנט,
און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿייַנט,
און אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר –
ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור.
דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלײַ,
ס´איז ניט קיין ליד פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרייַ.
דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט,
דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט.
טאָ זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,
כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלאָע טעג.
ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –
עס וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זייַנען דאָ!