שירי עם ביידיש » ראָזשינקעס מיט מאַנדלען.

ראָזשינקעס מיט מאַנדלען.

לחץ לשמיעה   

מלים ומנגינה: אבֿרהם גולדפֿאדן.
*


אין דעם בית המקדש אין אַ ווינקל חדר,
זיצט די אלמנה בת ציון אַליין.
איר בן יחידל ײִדעלע, וויגט זי כּסדר,
און זינגט אים צום שלאָפֿן אַ לידעלע שיין.
אַײַ , לו, לו, לו...

אונטער ײִדעלעס וויגעלע,
שטייט אַ קלאָר ווײַסע ציגעלע.
דאָס ציגעלע איז געפֿאָרן האַנדלען,
דאָס וועט זײַן דײַן באַרוף.
ראָזשינקעס מיט מאַנדלען,
שלאָף זשע ײִדעלע שלאָף.

אין דעם לידל מייַן קינד, ליגט פֿיל נבֿואות,
אַז דו וועסט אַ מאָל זיַין צעזייט אויף דער וועלט.
אַ סוחר וועסטו זייַן, פֿון אַלע תּבֿואות,
און וועסט אין דעם אויך פֿאַרדינען פֿיל געלט.
אַײַ , לו, לו, לו...

און אַז דו וועסט ווערן רײַך ײִדעלע,
זאָלסטו זיך דערמאָנען, אין דעם לידעלע.
ראָזשינקעס מיט מאַנדלען,
דאָס וועט זײַן דײַן באַרוף.
ײִדעלע וועט אַלץ האַנדלען,
שלאָף זשע ײִדעלע שלאָף.





האתר נבנה ע"י חמ"ל כינרת